קאפיטל ט’ | חלונות

די לופט איז געדעכט, די אטעם שטיקט, טונקל, פארכמורעט…
ביז עס קומט א קלוגער איד און עפענט די פענסטער. אה די זון שיינט אריין די אויגן עפענען זיך, די לונגען פארברייטערן זיך… ס’דא לופט!

לאמיר אביסן רעדן וועגן חלונות, דאס איז די מהלך וואס די סידורים און שיינע ספרים זענען אויסגעשטעלט, אז די ערשטע ווארט איז גרויס, און אונטער דעם איז דא א ליידיגע פלאץ, וואס ווען און וויאזוי.
די חלונות געפונען מיר אין אלטע ספרים, ס’דא וואס זאגן אז עס איז געמאכט געווארן ווייל מען פלעגט אמאל נוצן אזעלכע פארעמס פון אותיות, (אזוי ווי די זיגל וואס מען קען אליינס מאכן ווערטער), און אזוי ווי די ערשטע ווארט איז געווען גרעסער, האט נישט אריינגעפיט קיין אותיות ביי די נעקסטע שורה אונטער דעם, אדער איז דא וואס זאגן אז עס איז געמאכט געווארן מ’זאל זעהן אז עס איז א נייע שטיקל, אבער וואס איז זיכער איז זיכער אז עס איז א הערליכע זאך און עס גיבט אריין זון און לופט אין א ספר.
העלמיר האבן דריי מהלכים, יעדער האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, וואס מיר ווייסן און וואס נישט…
מיר וועלט קודם איבערגיין בקיצור אלע וועגן, דערנאך וועלמיר פראבירן מסבירן באת בנך את יחדך אשר אהבת.
די ערשטע און גרינגסטע אבער טייערסטע… איז דורך א Plugin עס איז דא א פירמע In-Tools זיי מאכן פארשידענע פלאגאינס און סקריפס פאר געלט און בחנם, האבן זיי א פלאגאין פאר נישטיגע $39 וואס טוט די גאנצע ארבעט, זיי געבן א פרי טרייעל פאר אפאר טעג.
די גוטע זאך איז אז זיי טוען די גאנצע ארבעט, די נישט גוטע זאכן: עס קאסט געלט, עס ארבעט נישט אין די לעצטערע ווערסיעס, און נאך.

די צווייטע וועג איז א שווערע און לאנגע וועג אבער עס איז מער סימפל.
עס ארבעט מיט Drop Caps דהיינו מען מאכט א דראפ קעפ אזוי גרויס ווי די ערשטע ווארט מיט די ספעיס נאכדעם, (ד.מ. איין נומער מער ווי די לענג פון די ערשטע ווארט), און נאכדעם מאכט מען עס קלענער, און מען רוקט עס ארויף מיט “בעסליין שיפט”.
די פראבלעים איז אז מ’ברויך מאכן עקסטערע סטיילס פאר יעדע סכום פון אותיות, און אפלייען עקסטער אויף יעדע פאראגראף (אדער דורך א קאמפלעצירטע וועג). אזוי אויך קען ווערן פראבלעימען אויב שטעלט מען אן די פרעים אויף Justify.

די דריטע אונזעריגע מהלך, איז אביסל מאדנע, אבער שנעל און גרינג און פשוט.
מען פעיסט אריין (מיט א גרינגע פיינד\טשענדזש) א פיצי באקסעלע נאך די ערשטע ווארט, און דורך “טעקסט רעפ” מאכט מען אז אונטער די ערשטע ווארט זאל נישט זיין קיין ווערטער, די פראבלעמען פון די מהלך האב איך נאכנישט געטראפן…

אזוי ווי עס וועט זיין אביסל א לענגערן ארטיקל, וועלמיר עס צוטיילן אין עטליכע חלקים ואתכם הסליחה

6+

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *